Da IGGERES
11.9.23
153 CLINTON LN. #202 SPRING VALLEY NY 10977, Stati Uniti

מכירה לכבוד ימים הנוראים וחודש תשרי


ספרי סלאוויטא וזיטאמיר- בהן 2 תהלים זיטאמיר, סט זהר סלאוויטא, סט חומשים זיטאמיר


סידור של''ה זיטאמיר הנדיר, סט מחזורים זיטאמיר


ספרי חסידות בדפוס ראשון


סליחות וסידורים


חפצי של צדיקים- בהן כת''י מכ''ק אדמו''ר מראחמסטריווקא זצוקללה''ה


כסא מרבי הערשל ספינקער זי''ע, אבנט מהרה''ק מטאהש זי''ע


מכתב מקורי מבית הלבן


כתבי ידות - בהן קאמארנא בלעטל, היעב''ץ, רבי שלמה מבאבוב זי''ע


ספרי שו''ת


מטבעות של צדיקים

טאהש, סאטמאר, ריבניץ


קש שעמד עליו הרה''ק מבעלזא, זי''ע הרה''ק מסקווירא זי''ע

10 יחידות לכל פריט



Altri dettagli
L'asta è terminata

LOTTO 42:

מכתב מקורי מהבית הלבן על בלאנק של הבית הלבן בוואשינגטאן! נחתם ע''י המושל ה42 ביל קלינטאן

Venduto per: $500
Prezzo iniziale:
$ 500
Commissione per la casa d'aste: 25%
IVA: 8.875% Solo su commissione
Gli utenti stranieri potrebbero essere esentati dal pagamento delle tasse, secondo il regime fiscale vigente.
11.9.23 in IGGERES
tag:

מכתב מקורי מהבית הלבן על בלאנק של הבית הלבן בוואשינגטאן! נחתם ע''י המושל ה42 ביל קלינטאן

ארגינעלע בריוו פון די ווייסע הויז

אויף די לעטערהעד פון די ווייסע הויז אין וואשינגטאן די סי

אונטערגע'חתמ'ט דורך די 42'סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן

וויליעם זשעפערסאן ביל קלינטאן


די תוכן פון די בריוו:

THANKS SO MUCH FOR WRITING. I WELCOME YOUR THOUGHTS AND

PROMISE THEY WILL BE CAREFULLY CONSIDERED. I APPRECIATE YOUR

.TAKING THE TIME TO LET ME KNOW HOW YOU FEEL


BILL CLINTON


איבערזעצונג אין אידיש:

א גרויסן דאנק פאר'ן שרייבן. איך באגריס דיינע געדאנקען און

צוזאג זיי וועלן פארזיכטיג גענומען ווערן אין באטראכט. איך בין דיך מכיר טוב 

פאר'ן נעמען די צייט צו מיך לאזן וויסן וויאזוי דו פילסט.


ביל קלינטאן



מצב טוב מאוד

עס קומט מיט מיט א ספעציעלן סערטיפיקעט וועלכע טוט באשטעטיגן אויף די קראנטקייט פון די בריוו



דער צוויי און פערציגסטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ''קלינטאן''

ווערט געדענקט ביי אלע חרדי'שע אידן לטובה און אלס א אידן פריינט,

נאכדעם וואס אין די לעצטע מינוטן אויף זיין שטוהל בשעה 10:20 צופרי האט ער באגנאדיגט 4 חרדי'שע אידן. זייענדיג דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א פרעזידענט פון אמעריקע זאל באגנאדיגן א חסידישע איד!


די באגנאדיגונגס איז געקומען אויף די פערזענליכע בקשה פון כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א 

וועלכע איז אראפגעפארן קיין וואשינגטאן ערב שבת חנוכה תשס''א - דעם ערשטן טאג חנוכה

זיך צו טרעפן מיט אים

די וויזיט איז צושטאנד געקומען 3 וואכן פאר די פרעזידענט איז ארויס פון זיין 8 יעריגע טערמין אלס פרעזידענט!


א נאכט פארדעם - ליל ראשון - דחנוכה איז פארגעקומען די יערליכע חנוכה מסיבה אין די ווייסע הויז

און דארטן אויפ'ן פלאץ האט די פרעזידענט פון 1 מינוט אויפ'ן צווייטן געבעטן זיין געהילף

אויב ער קען פרעגן דער סקווערער רבי שליט''א צו דא זיין מארגן 9:30 אינדערפרי!

ממש א נס חנוכה!

דאס איז געווען א גרויסע חידוש

ווייל די פרעזידענט פארמאגט א גאנצע סקעזשולינג אפיס וואו מען ארבעט אויס וואכן און חדשים פארדעם

די סדר היום ביים פרעזידענט, און דא האט דער פרעזידענט אליין אן פרעגן פון זיינע מענטשן

באשטעטיגט אויף זיין אייגענע האנט א וויזיט פאר 12 שעה שפעטער!


נאכדערצו האלטענדיג קארגע 3 וואכן פאר'ן אראפגיין פון שטוהל

און דער פרעזידענט האט נאך געהאט גאר אסאך צו ערלעדיגן אלס פרעזידענט

אריינגערעכנט צו אויסארבעטן א שלום אפמאך אין די מיטל מזרח

צו צוריקהאלטן אומשולדיג בלוט פון אחב''י אין ארצינו הקדושה


דאס ווייסע הויז האט געגעבן 10 מינוט אויף די זייגער פאר די באגעגעניש

נאך 10 מינוט איז א געהילף אריינגעקומען צו ענדיגן דאס באגעגעניש

אבער דער פרעזידענט האט אים געוויזן צו ארויסגיין, און די שמועס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע 43 מינוט!


די באגעגעניש איז פארגעקומען אין די בארימטע אוועל אפיס פון די פרעזידענט

וואו דער פרעזידענט האט אויפגענומען דער סקווערער רבי שליט''א און געגאנגען צוריקצוועגס

נישט צו ווייזן דעם רוקן אלס יראת הכבוד


דורכאויס די גאנצע שמועס איז דער פרעזידענט געווען זייער איבערגענומען 

און ממש נישט גערעדט, ער האט גערעדט א סך הכל פון 2 מינוט

טראץ וואס געווענליך איז קלינטאן געווען דער ראש המדברים בכל מקום.

קלינטאן איז א געלערנטע מאן און ער קען גאנץ תנ''ך אויף אויסעווענדיג

ער האט געוויסט וואס עס מיינט א גייסטישע פירער

און יעצט אז ער האט דא געהאט א געלעגענהייט צו זען מיט די אייגענע אויגן א חסידישע רבי

האט עס אסאך געמיינט פאר אים 


דער סקווערער רבי האט געמאכט די ברכה שחלק מכבודו לבשר ודם אן שם ומלכות

ווייל ער איז נאר א פרעזידענט

און דער פרעזידענט איז זייער איבערגענומען געווארן פון די ברכה

אויכעט האט דער פרעזידענט געוויזן אויפ'ן קאלפיק זאגענדיג: ''עס איז א שיינע היט, איך גלייך עס''

דורכאויס די באזוך האט דער פרעזידענט נישט אראפגענומען קיין אויג פון דער סקווערער רבי שליט''א


ווען דער סקווערער רבי שליט''א איז געקומען צום ווארט און געזאגט די סיבה פון זיין באזוך

בעטענדיג אז דער פרעזידענט זאל שניידן די תפיסה טערמין פון 4 אידן

האט דער רבי אויסגעפלאצט אין א יאמערליכן געוויין פון וואס דער פרעזידענט האט מיטגעוויינט

נאך א לאנגע מינוט האט דער פרעזידענט בכבודו ובעצמו זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ

און געוואלט ארויפגעלייגן זיין הענט אויף דער רבי'ס אקסל, כדי צו בארואיגן דעם רבי'ן


ביים סוף האט זיך דער סקווערער רבי שליט''א באדאנקט און אים געגעבן א ברכה

און בלויז א וואך נאכדעם

איז געלונגען פאר קלינטאן אויסצוהאמערן א אפמאך מיט'ן ספעציעלן אויספארשער

וואס האט געברענגט אן ענדע צו זיינע אייגענע פאליטישע שוועריגקייטן


דער רבי האט אים געגעבן 8 צעטלעך

וואס עס שטייט אויף דעם די גאנצע השתלשלות פארוואס מען האט נעבעך איינגעזעצט די אידן,

און דער פרעזידענט איז שפעטער ארויס פון די אוועל אפיס מיט אט די צעטלעך אין זיינע הענט


דער סקווערער רבי שליט''א האט אים געשאנקן א מנורה

ווייזענדיג אז די 8 נרות איז אקעגן זיינע 8 יאר אויפ'ן בענקל

דער פרעזידענט האט אין א אויסנאם פאל אהיימגענומען צו זיך די מנורה אין טשעפעקווא ניו יארק

און דאס נישט איבערגעגעבן פאר זיין פרעזידענטליכן מוזעאם!


ביום השבת ווען מען האט איינגעשוואורן די נייע פרעזידענט 

האט קלינטאן גערופן צו זיינס א מענטש און אים געשיקט אלס שליח קיין שיכון סקווירא

צו איבערגעבן דארטן פאר'ן רבי'ן די גוטע נייעס אז ער האט אים א טובה געטון

און געשניטן די טורמע טערמינען פון די 4 אידן

קלינטאן האט געוויסט אז מען קען נישט רופן צו זיי ווייל עס איז שבת

די שליח איז אנגעקומען הארט פאר מנחה, און מען האט אים אריינגעלאזט

קלינטאן האט געזאגט אז ער האט עס געטון פאר 1 סיבה:

נאר ווייל דער סקווערער רבי האט אים געבעטן און ער איז געווארן איבערגענומען פון אים


אין די ענדע זענען די 4 אידן ארויס פון תפיסה ביז א יאר


פון צווישן די בילדער דא קען מען זען די אפיציעלע דאקומענט

וואו עס איז כתוב וחתום אז דער פרעזידענט האט באפרייט די 4 אידן

אויכעט קען מען זען קלינטאן מיט מנחם גענאק - זיין אידישע יועץ


ביי איינע פון די קאמפיינען פון די פרעזידענט 

האט ער גענוצט א סלאגאן פון א פסוק אין משלי [כט יח] באין חזון יפרע עם

דארטן וואו ס'איז נישטא קיין וויזיע גייט א פאלק צעגרונד


אין איינע פון די יארן אלס פרעזידענט האט ניו זילאנד געוואלט פארבאטן אידישע שחיטה

פרעזידענט קלינטאן האט דעמלטס אנגערופן קיין ניו זילאנד צו מוחה זיין אויף דעם

אויף וואס ניו זילאנד האט זיך גערעכנט מיט די מחאה, און עס טאקע נישט פארבאטן